דער רבי און די הנאה פון עולם הזה א פאטער זאגט צום זון : – זון קרוין , איך פאר צום רבין , קום אמאל מיט איצט יום טוב , וועסט זען די התנהגות ביים טיש מיט די חסידים . עס איז אזאך וואס ס ' טוט זיך עפיס , עס איז אינטערעסאנט . דער זון האט נישט געהאט קיין גרויסן חשק , נאר ( דאך ) ר 'איז מיטגעפארן . ער איז געקומען צום רבין און ר ' איז איינגעשטאנען אין דער אכסנייה . עס איז געווען ערב ראש השנה . מ ' גיט צום דאווענען . נאכן דאווענען מאכט דער רבי קידוש . צום קידוש ברענגט מען אריין די רביצין צום טיש זי זאל הערן קידוש . דער זון גיט א קוק , די רביצין א שענהייט פון א פרוי , א איבער ראשענדע שענהייט פון א פרוי . נאכן קידוש איז זי ארויסגעגאנגען מיט אירע דינסטן און דער רבי הויבט אן צו פירן דעם טיש . דערנאך ברענגט מען אריין די פיש . נעמט דער רבי א גארשטש פון זאלץ און ווארפט אין די פיש אריין . זאגט דער זון : – טאטע , טאטע , דער רבי מאכט דאך קאלוע די פיש ?! ( ער איז געווען געווענט צו עסן זיסע פיש ) . זאגט דער פאטער : – ניין , ניין זון . ער וויל נישט האבן הנאה אויף די וועלט . מ ' ברענגט אריין די יויך די זעלבע ...
אל הספר