שלוש מצוות גדולות אסע"י 11180 רשם מזיכרונו: אברהם קרן, פולין

דריי גרויסע מצוות איינמאל אין א זומערטאג ברענגט א ייד א קבצן א היים אנאורח . זאגט אים זיין ווייב : – וואס האסטו געטון ? מיט וואס וועל איך אים מכבד זיין ? ענטפערט דער מאן : – מילא , וועלן מיר עסן איין לעפל ווייניגער ווייט זיין געניג אויך פאר אורח . וואס האסט געקאכט ? – א בארשט – און וואס נאך ? – אפאר קארטאפל – נוּ , איז דאך גוט , ממש מאכלי מלכים ! דערמאנט זיך די פרוי : – איך האב נאך א קליין שטיקל פיש , וואס כ ' האב אבגעשפארט פון שבת און איך האב עס געלייגט אויפן פענסטער ווייל דארט איז קולער . וועמען וועל איך גיבן דאס פיצל פיש ? זאגט דער מאן : – גיב עס דעם אורח . די פרוי האט טאקע אזוי געטאן . דער אורח האט אבגעגעסן , זיך שיין באדאנקט און איז א היים געגאנגען . נאך א פאר טעג דערציילט דער ייד זיין פרוי אז דער אורימאן , דער אורח איז קראנק אויפן מאגן , ער האט שלשול . די פרוי איז געגאנגען אים מבקר חולה זיין . עס גייט אריבער נאך א צייט און דער ייד קומט א היים און דערציילט זיין ווייב : – ווייסט דער ארעמאן , אונזער אורח , איז געשטורבן ! די פרוי איז פארשטייט זיך , געגאנגען אוף די לוויה . קומענדיק א ...  אל הספר
פרדס הוצאה לאור בע"מ