קנג. מעשה בשמאי הזקן שאכל כל יום לכבוד שבת

483 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט דער ביז רוח וועשט הלבין זייט איר הריין גיקומן דש איר מיך זעהן וואלט עש זיין דאך פאר אך אונטיר אייך דיא אך אלזו גיטאן האבן . אונ' זיא ווערדן אך זיין אלש איך איצונדר בין . דא דער שראקין דיא בחורים גאר זער . דא זאגט דער ביז רוח ווייש פאר וואנדרט איר אייך זער דער אישט עש דער אין וויישן קלייד בייא אייך שטיט דער אישט בייא איינם זכור גילעגין דאש אישט עבין אלזו ארג אך אלש אשית איש דא דער שראקין זיא גאר זער דיא בחורים אונט זאך איינן דען אנדרן אן אונ' דא הוב דער אין וויישן קלייד אן צו שרייאן אונ' זאגט עש איז בעו"ה וואר איך האבש גיטון . אונ' דער אנדר אך אונ' זיא ווארדן מודה אויף אירן ביזן מעשים . דא פראגט איינר פון דיא חכמים וויא וואשט דוא דש זיא גיטאן האבין . דא הוב ער אן צו לאכן אונ' שפראך צו אינן עש שטיט דאך גישריבן וביד כל אדם חתם דש אישט טייטש עש שטיט איינם איטלכן מענשין אויף זיינר האנט גישריבן ווייש ער פר ווערק גיטאן האט . אזו שפראכן זיא צו אים וויא קאנשטו אים אויף דיא הנט זעהן האבן זיא דאך אירן הענט אונט איר מענטיל . דא הוב ער ווידר אן צו לאכן...  אל הספר
מינרוה