קמו. מעשה באדם אחד ששכב עם בתולה ביום כיפור

457 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט דוד ווידר יואב האשטו דיא עמליקים אל צו טוט גישלאגין דא זאגט יואב יוא מיין הער דער קינג עש לעבט נישט מין אין דער שטאט נייארט דער קינג אונ' עטליכה לייט . דיא בראכט מן גלייך פר דיא שטאט פר דעם מלך די שלוג ער גלייך צו טוט אל אונט ער נאם דיא קרון פון זיינם הייבט דיא וואג איין צענטניר גאלד אונ' זינשט אך פיל אבנים טובות דיא אין דיא קרון שטונדן . אונ' דוד גינג הין אונ' פר ברעניט אל אירן עבודה זרה אונ' דער נאך נאם ער אלש ווייש אין דער שטאט וואר אונ' צוגן מט פריידן ווידר איין היים : וויא איין מאן לאג בייא איינר בתולה אם יום כיפור : קמו . מעשה גישאך אין טעגין רבי עקיבה דא לאג איין מאן בייא איינר בתולה אם יום כיפורים אונ' דיא בתולה דיא ווארט אנט שפוזט צו איין אנדרן חתן אונ' זיא זאלט בלד ברוכה טון דא וואר מן עש גיוואר . דען עש איז אזו פיל אזו איינר ווער ח"ו אשת איש גיווארדן . אונ' מן פורט אים אויז אז מן זאלט אים פאר שטיינין אלש אך גישאך גלייך אז מן אים פר שטייניט . אונט נאך זיינם טוט דא גלאג זיין ווייב אונ' האט איין זון דען זיא פון אים וואר טראגן ווארד...  אל הספר
מינרוה