449 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' דער גוט אלט מאן האט איין שטעקין אין דער הנד דש ער דראן מושט גין אז ער אזו גאר אלט וואר אונ' הוב זיין שטעקין אויף אונט שלוג דיא שלנג צו טוט אלזו בישירמט דער גוט שלמה דען אלטין מאן פון דער שלנגאן מיט זיינר גרושן חכמה דער הלבן זאל מן קיין ביזן קיין גוטש טאן וויא עש דען אלטין מאן אך גיגנגאן אישט : וויא דוד המלך האט אויש גישיקט יואב ער זעליט אין קמה . גיווינן דיא שטט רבות בני עמון : מעשה גישאך אין צייטן דוד המלך דא שיקט ער אויש זיינם הייפט מאן יואב דער שטערקיר העלד ער זעלט אים גיווינן דיא גרושן שטאט רבות בני עמון . אונ' דא בלעגרט ער זיך זעקש חדשים אום דיא שטאט אונ' ער קאנט זיא ניט גיווינן אונ' ער האט מיט זיך צוועלף טויזנט אויש דער ווילטן מאנן שטרקין העלדין . אונ' נאך דיא זעקש חדשים זאמלטן זיך דיא הייפטלייט פון ישראל צו איין ננדר אונ' שפראכן מיר זיין לנגי צייט היא נון בייא אננדר גילעגין אונ' האבן ניקש אויש גיריכט אונט מיר קענין דיא שטאט דאך ניט גיווינן אונט וואלטין אל דיא הייזר אים פעלט אל צו פר ווישטן . דא שפראך יואב וואש האט אר דא אין זין . דא זא...
אל הספר