423 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט דער מלך ווייש אישט דען עש פאר איין פיקדון דא שפראך דש ווייב דיין נשמה דיא האט דיר הקב"ה געבן דיא זאלשטו פאר ווידר געבן . דא שפראך דער מלך ווידר ווען איך דיא נשמה זאל ווידר געבן ווייש זאל איך דען טון ווען איך ווער קיין נשמה האבן . דא שפראך זיין ווייב דוא בישט דיינר זעלבש ניט מעכטיג אונ' וויא ווילשטו דען איינש מעכטיג זיין אונ' ווילשט איין גוט זיין . דא ער נון דאש הורט דא שעמט ער זיך אונ' ליש פון זיינם ביזן גידנקין אב : וויא רבי טרפון האט איין אלטי מוטיר זיא קעניט ניט גין קמב . אונ' ער טרוג זיא : מעשה גישאך אן איינם דער היש רבי טרפון דער האט איין מוטיר דיא קאנט ניט גין פאר עלטיר וועגן אונט ער טראג זיא ווא זיא הין וואלט אונ' ווא זיא הין ביגערט אונ' ער גאב איר אל צייט דאש בעשט צו עשין אונ' צו טרינקין אונ' אלש דאש גוץ טעט ער איר אש נייארט צו טון אישט מיט גנצים פלייש אונ' מיט גרושר מיא אונ' ארבייט . איין מאל גינגאן דיא חכמים צו רבי טרפון מוטר אונ' פראגטן זיא וויא עש איר גינג אוב איר אך איר זון פיל גוץ טעט אונ' אוב עש איר אך נישט אב גינג דש עש איר...
אל הספר