קמא. מעשה באלכסנדר מוקדון שביקש מעבדיו לעשות אותו אל

421 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא אלכסנדר מוקדון וואלט האבין בון זיינן קנעכטן דש קמא . זיא אין זעלטין פר איין גוט הלטן : מעשה אלכסנדר מוקדון דער וואר איין גיוואלטיגר קינג דש ער דען גנצים עולם ביצוואנג אונ' וויא ער נון דען גנצים עולם ביצוואנגין האט . דא זאגט ער צו זיינן קנעכטין אונט הערין זיא זאלטין אין פאר איין גוט הלטין אונ' זאלטין אין אן ביטן דא זאגטין זיינן ווייזן אונטר דיא קנעכטן ווידר אין ער ווער נאך ניט גיוואלטיק איביר ירושלים אונ' איביר דש בית המקדש דא צוג ער הין אונ' ביצוואנג אך ירושלים אונ' וואלט האבן זיא זאלטן אין אן ביטן פאר איין גוט דא זאשין דרייא חכמים פיר אים דא שפראך דער איינר ווילשטו ווידר דיינם הערן טון אין זיינם הויז גיא אויש זיינם הויז זא וויל איך דיך פר איין גוט הלטן אונ' זיין הויז אישט הימול אונ' ערד . דער אנדר שפראך דוא בישט קיין גוט דער גוט האט הימול אונט ערד בישפין אונ' דוא ניט . דער דריט שפראך ווארט איין קליין ווייל איך האב נאך עפיש צו שיקין דער נאך וויל איך דיך פאר איין גוט הלטין . דא שפראך דער אלכסנדורס ווייש ווער עש דען . דא שפראך דער חכם איך האב א...  אל הספר
מינרוה