401 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין תלמיד חכם איז איבר ים גיפארין מיט פיל קלו . סוחרים אונ' דיא סוחרים פרעגטן נאך זיין סחורה אונ' זיא ווארין ביגזלט אזו האטן זיא נישט אונ' דער תלמיד חכם וואר רייך גיווארדן : בחיי היביא המעשה פרשת תרומה דף ק מעשה גישאך עש פורן איין שיף פול מיט סוחרים איבר ים אונ' זיא האטן דאש שיף פול מיט סחורה אונ' בייא דיא סוחרים אין שיף דא וואר אך איין גרושר תלמיד חכם נון דיא סוחרים נון קאמן צו רידן מיט אננדור וויא איטליכר זיין סחורה האט גיקויפט . דא פראגטן זיא דען יודן אך ווא דיין סחורה ווער דא זאגט ער ווידר איך האב מיין סחורה בייא מיר דא זוכטין דיא סוחרים נאך דיא סחורה דען זיא מיינטן ער האט איידיל אבנים טובות בייא אים אונ' זיא קאנטן נישט בייא אים פינדן . דא שפאטיטן זיא אים דש ער קיין סחורה ניט העט דא זאגט דער תלמיד חכם ווייש שפאטיט איר מיינר מיין סחורה דיא איך בייא מיר האב דיא איז פיל בעשיר אז אייערן סחורה דיא איר אין דען שיף האט . נון עש ביגאב זיך אז זיא נון ווייטר אויף דש ים פורן דא קאמן גזלנים איביר זיא אונ' נאמן איר אל איר סחורה דיא זיא הטין אין דען ש...
אל הספר