קלה. מעשה ברבי אליעזר שהתווכח עם החברים שלו

393 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דער הלבן קנט איר וואל גידענקין דש פיל אן דער נשמה הענקט אונ' הענקט אך פיל אן דער מחשבה דש מאן אונ' ווייב זאלן האבן ווען זיא בייא אננדר ליגן דער הלבן איר פרומה ווייבר הלט אייך דער נאך דא וועט איר אך ביקומן פרומה קינדר דיא דא ווערן לייכטן אין דער תורה אלי צייט . אונ' איר ווארצלן ווערדן זיך אין גן עדן ווארצלין גאר ווייט . דאש זאג איך אייך צו גיזייט : אמן סלה . וויא רבי אליעזר קריגט מיט זיין חבירים : קלה . מסכת בבא מציעה פרק הזהוב מעשה גישאך דש רבי אליעזר דער קריגט מיט זיינן חברים אונ' אלש ווייש רבי אליעזר מטהר וואר דא ווארדן עש דיא חכמים מטמה אונ' וואלטן רבי אליעזר ניט גיוואנן געבן . דא בראכט רבי אליעזר אל דיא תשובת דיא אין עולם ווארדן נאך וואלטן זיא אים ניט גיוואנן געבן דא לערנן דא עבן בייא איינם בוקש הארן באם דא זאגט רבי אליעזר האב איך אנדרש וואר דש דיא הלכה אישט וויא איך זאג דא זאל זיך דער בוקש הארן באם אויש רייסן מיט זיינר ווארציל פון דיזר שטט . דא גישאך איין נס דש זיך דער בוים מיט דען ווארציל אויש ריס פון זיינר שטאט אונ' שטעלט זיך איבר הונדרט אי...  אל הספר
מינרוה