קלג. מעשה ברבי יוחנן שהיה יושב בפתח הדלת, היכן שנשים הלכו לטבול

383 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט דער תלמיד ווידר זיין רבי פון דעם מאל אן אז מן האט אייך צו דער מצוה גירופט . דא האב איך קיין אכטונג דארויף גיהט דען איך האב גידוכט איצונט וועט דער רבי גין . דא זאגט דער רב פרידה ליביר זון האב נאך דיין אכטונג דרויף איך וויל נאך פיר הונדרט מאל מיט דיר לערנן אונ' לערנט אך נאך פיר הונדרט מאל מיט אים ביז ערש קונט דא קאם איין שטים פון הימול אונ' זאגט צו רב פרידה וועלכיש איז דיר ליבר דש דוא נאך ויר הונדרט יאר זאלשט לעבן . אדר דוא אונ' דיא דיינן גיבירט זאלשט גלייך אין דאש גן עדן זאלשט קומן . דא זאגט רבי פרידה איך וויל ליביר דאש איך אונט מיין גיבירט אין דאש גן עדן זאל קומן . דא זאגט הקב"ה געבט דעם צדיק אלי בייד דאש גן עדן אונ' פיר הונדרט יאר נוך לעבן דער הלבן ליבן לייט זאל איינר אך גאר וואל לערנן מיט זיין תלמידים : וויא זיך רבי יוחנן זעציט אויף דיא טיר ווא דיא ווייבר קלג . וואלטין טבילה גין : מסכת ברוכת פרק שלישי מעשה גישאך דאש זיך רבי יוחנן אל וועגן זעצט אויף דיא פפורט פון דען אורט ווא דיא ווייבר צו טבילה גין דען ער זאגט ווען דיא ווייבר ווערדן קומן...  אל הספר
מינרוה