323 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא שפראך רבי יודא איך וויל דיר זאגן וואש דוא טון זאלשט . דו האשט דש ליכט פון דער תורה פאר לעשט גיא הין אונ' צינד ווידר דאש ליכט בון דער תורה אן דען דיא חכמים זיין גיהיישן דש ליכט פון דער תורה אונט דוא האשט זיא אל מימת גיוועזן דער הלבן צינד דאש ליכט ווידר אן דאש מיינט גיא הין אונ' בייא דאש בית המקדש אלש דער פסיק גיט ונהורו אליו כל הגוים דש אישט טייטש צו דעם בית המקדש לייכט אלי פוילקיר דער הלבן בויא דוא איין בית המקדוש דא פאלגט ער אים אונט בויאט ווידר איין בית המקדוש אלש מיר וואל אים עשרים וארבע גילערנט האבן : וויא רבי מאיר דר שפאטיט דיא לייטן דיא דא עבירות קיא . טעטין : קדושין פרק עשרה יוחסין מעשה רבי מאיר דער שפאטיט דען לייטן דיא דא עבירות טעטין דען ער זאגט דער מענש קעניט גאר לייכליך זיין יצר הרע כופה זיין דז ער קיין עבירה טעט . איין מאל וועלט אין דער יצר הרע פר זוכן אונ' מכט זיך צו איינר היפשין פרויאן אונ' שטעלט זיך אויף יעניר זייט דאש וואשר דא זאך זיא רבי מאיר אן אונ' גיוואן איין לושט צו איר אונ' ער ווער גאר גערין בייא איר גיוועזן דא וואר קיין ב...
אל הספר