319 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט פלימו וויא זאל איך דען זאגן דוא שטון דוא יצר הרע דא זאגט דער שטון ביט הקב"ה דש ער דען יצר הרע בון דיר אב טוט דש ער דך ניט מאכט שטרויכלין . דש דוא עבירות טושט אלז וויא דוד המלך אך הקב"ה גיבעטין האט : וויא רבי זירא פאשטיט הונדרט תענית ווען ער זעליט אין קט . ארץ ישראל ציהן : מסכת בבא מציאה פרק שביעי מעשה רבי זירא דער פאשטיט הונדרט תענית ווען ער אין ארץ ישראל צוג דער ווארטין דש ער זולט פאר געשין דיא גמרה דיא ער האט גילערנט אין בבל דש ער קעניט דיא תורה רעכט לערנן אין ארץ ישראל פון רבי יוחנן אונט דער נאך פאשטיט ער ווידר הונדרט תענית דש אין זיין צייטן רבי אלעזר ניט זאלט שטערבן . דען זונשט ווער דיא מיא פון קהל אל אויף אים גילעגן דען דער רבי אלעזר דער וואר איין פינס איבר קהל . דער נאך פאשטיט ער ווידר הונדרט תענית דש אים דש גיהנם נישט טון זולט אונ' אלי דרייסיק טאג דא וואר ער זיך בודק אונט זעציט זיך אין איין היישן קלך אובן אונ' דער אובן טעט אים נישט . איין מאל הטן רבונים קנאה אויף אים דש אים דש גיהנום נישט טעט : וויא הורודוס וואר איין קנעכט גיוועזן א...
אל הספר