קו. מעשה ברב עמרם ששחרר הרבה נשים

311 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זגט דער רבי חנינה וויא צו דעם מענשין דעם דש שערץ ביגעגנט אונ' וויא צו דעם שערץ דש אים רבי חנינה בן דוסה ביגעגנט . דא מכט רשי דש שערץ וואר איין דא וואר גיפט ווען עש איין מענשן גיבישן הט אונ' וועלכיש דיר נוך אי צו איינם וואשר קאם זא מושט דש אנדר שטערבן קאם דש שערץ אי צום וואשר אי דער מענש זא שטורב דער מענש קאם דש שערץ ניט צום וואשר אי דער מענש קאם זא שטורב דש שערץ דא גישאך דעם רבי חנינה איין נס דש אים איין קוואל אויש זיינן פערשין שפרנג דש ער אי בייא דעם וואשיר וואר אלש דש שערץ דא מושט דש שערץ פיגרין : וויא רב עמרם האט פיל ווייבר אויש גיליזט : קו . מסכת קדושין פרק עשרה יוחסין מעשה גישאך דז זיך איין מול קמין גיבנגאן ווייבר בון נהרדע . אויש איינר מלחמה אונט זיא ווארן גיטון אין איינש הויז דער היש רב עמרום חסידה דז ער זיא זול אויש ליזן וויא מן נון פאר צייטן זער שבויים אויש גיליזט הוט דא טעט זיא דער רב עמרום אובן אויף זיין בודם אונט טעט דיא שטעג הין וועג דער ווארטן דש נימן זאלט צו אים קומן דער מיט אינן גיזינט ח"ו זאלט . אין דעם דא זאך רב עמרם איינן פון...  אל הספר
מינרוה