277 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי חנינה בן דוסה וואלט תורה לערנן בייא רבי יוחנן צח . אזו ווארט אים זיין זון קרנק : מסכת ברוכת מעשה גישאך אן דען רבי חנינה בן דוסה דש ער וואר גיגנגאן אונ' וואלט תורה לערנן בייא רבי יוחנן בן זכאי דא ווארט אים זיין זון קראנק דעם רבי יוחנן בן זכאי . דא שפראך דער רבי יוחנן חנינה מיין זון טוא תפילה אויף מיין זון דז ער מאג לעבן בלייבן . דא טעט דער רבי חנינה זיין קאפא צווישן דער קרנקין קניא אונ' טעט תפילה אויף אין דש ער לעבן בליב . דא שפראך רבי יוחנן בן זכאי ווען איך שון מיין קאפא אין דיא ערד העט הניין גישטעקט דא העט מן דאך זיך ניט דראן גיקערט . דא שפראך זיין ווייב ווידר דען רבי יוחנן אישט דען דער רבי חנינה קוישליכר אז דוא בישט אזו זאגט ער ווידר זיא איך וויל דיר זאגן דער רבי חנינה דער אישט גלייך אז איין קנעכט פון מלך דער גיט זונדר רשות פאר דעם מלך אזו אישט רבי חנינה אך פר הקב"ה ער גיט פר אים ווען ער וויל אביר איך בין גלייך אז איין שר פור דעם מלך דער אישט ניט גיוואנטליך אז ער אופט פר דעם מלך גיט אלש דער קנעכט אונ' זיין ביט ווער וויניקר גיהערט אז דען...
אל הספר