צו. מעשה בישראל שעלו לרגל ולא היו להם מים לשתות, והגמון אחד הלווה להם שנים עשר מעיינות מים

271 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא ישראל ציהן צום רגל אונ' הטין קיין וואשיר צו טרינקן צו . אונ' איין הגמון לייאט אין צוועלף ברינן מיט וואשיר : מסכת תענית פרק שלושה מעשה גישאך אויף איין צייט דא גינגאן כל ישראל אויף צום רגל גען ירושלים וויא זיא אלי יאר דרייא מאל פפלעגן צו טון דא הטן כל ישראל קיין וואשיר צו טרינקן דען עש האט גאר לנג ניט גרעגנט דא וואר איין רייכר מאן צו ירושלים דער היש נקדימן בן גוירין דער גינג צו איינם הגמון פון ירושלים אונ' באט אים ער זאלט אים צוועלף ברינן וואשר לייהן דיא איך בדרף צו דיא לייטן ישראל דיא אויף זיין גיגנגאן צום רגל דיא האבן קיין וואשר צו טרינקין אונ' איך וויל זיא דיר מיט דער צייט ווידר ביצאלן אונ' ווען איך זיא ניט אין דער צייט ווידר ביצאל דיא איך דיר גיזעצט האב אזו וויל איך דיר צוועלף צענטניר מיט זילבר דער פיר געבן אלזו ליא אים דער הגמון דאש וואשר . אונ' וויא נון שיר דיא צייט פר הנדן וואר דאש ער זאלט אים דאש וואשיר ווידר בצאלין אונ' עש האט נאך ניט גרעגנט דש מארגנש שיקט דער הגמון נאך דען נקדימן דאש ער זאלט אים דיא ברינן ווידר פילן אדיר זאלט אים דאש ...  אל הספר
מינרוה