235 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא דער מלך פראגט רביני הקודש אוב ער וויל אין אך עשין פז . מכן אויף יעניר וועלט פון דען לויתן : מסכת מגילה ברושלמי מעשה דער מלך אנטונינוס דער פראגט דען רבינו הקדוש ליבר זאג דוא מיר ווילשטו מיך מכן עשן אויף יעניר וועלט פון דען לויתן דא זאגט דער רבי יא דא זאגט דער מלך ווידר דוא האשט מיך דאך ניט מכן עשן פון דען קורבן פסח וויא ווילשטו דען מיך מכן עשן פון דען לויתן . דא שפראך רבי ווידר צום מלך וואש זאל איך טון עש שטיט גישריבן אין פסיק וכל ערל לא יאכל בו דש אישט טייטש אונ' קיין פר שטופטיר דש מיינט דער ניט גיודשט אישט אונ' ניט ער זאל עשן פון דעם קרבן פסח דא דאש דער מלך הורט דא גינג ער הין און יודשט ער זיך זטלביט אונ' ער גינג דער נאך צו רבי אונ' זאגט צו אים רבי איך בין נון גיודשט דא זאגט רבי איך האב מיין אייגן מילה ניט גיזעהן ווייל איך גילעבט האב וויא זאל איך דען דיין מילה אן זעהן אונ' דער הלבן אישט דער רבי רבינו הקדוש ווייל ער אל זיין טאג זיין אייגן מילה ניט גיזעהן . רבי חזקיהו ורבי אבהו דיא שפרעכן ווען דיא גירים אויף יעניר וועלט ווערדן צו איין זמן קומן...
אל הספר