217 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא דז מן זאל קיין פארכט אין זיינן הויז מכין : עט . מסכת גיטין פרק ראשון מעשה עש האט גיזאגט רבי אבהו עש זאל נימר מיר קיין מענש קיין פארכט אין זיין הויז מכן דען עש קומט זינשט פיל עבירות דור פון דען איינש מאל הטין דיא קויך פון רבי חנניה בן גמליאל דיא פויש פון איינר כושר בהמה פאר לארין אונ' זיא פארכטן זיך גאר זיר פור אירם הערן ער וועט זיר צוירנין איבר זיא ווען ער עש גיוואר ווערט אונ' זיא גינגאן אניין אין שטל אונ' שנידן דיא פויש פון איינר לעבנדגן בהמה אב אונ' קאכן זיא אונ' וואלטן אין רבי חנניא צו עשן געבן דא וואר ער אזו איין גרושר צדיק אז ער עש גיוואר ווארד אי ער אס דא מיט דז ער דיא עבירה ניט האט גיטאן דער הלבן זאל קיינר קיין גרושן פארכט אין זיינן הויז מכן זונשט גישיכט אך פיל עבירות דא ריביר וויא איר האט אך פאר דא גלייאנט : וויא רבי גמליאל אונ' רבי אליעזר הורטן איין גרושן שטים פ . אין דען קיסרש פאליש צו רום : מסכת מכות פרק אילו הן הלוקין מעשה רבן גמליאל ורבי אליעזר בן עזריה ורבי יהושיע ורבי עקיבה דיא גינגאן מיט אננדר איבר פעלט אונ' זיא הורטן איין גרו...
אל הספר