213 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי עקיבה וואר גיפאנגן ווארדן אונטר גוים : עז . מסכת עירובן פרק עושין פסין מעשה גישאך דז רבי עקיבא דער ווארד גיפנגאן אונטיר גוים אונ' יהושיע דער גרסי דער דינט אים אונט ווארום היש ער גרסי איין פשט איז דיא שטט דיא ער וואניט דיא היש גרסי דער אנדיר פשט איז ער מאליט איידיל בונן אונ' גרסי דש איז בונן טיישט אונ' אלי טאג ברוכט ער אים וואשיר מיט דער מאש צו טרנקאן . איין מאל דא קאם דער שומר דער צו דער איביר דיא תפיסה גיזעצט וואר אונט זאך דז אים דער יהושיע הגרסי זא פיל וואשיר ברוכט אונ' ער פרוגט אין ליביר ווארום ברענגשטו אים הייט אזו פיל וואשיר איך הלט דוא ווילשט מכן אז ער זול דיא תפיסה אין ווייכן מיט דעם וושיר אונ' דער שומר נאם דז וואשיר אונט שיט עש הלביר אויש אונ' גאב אין דיא אנדר העלפט פון דעם וושיר דא ער נון צו רבי עקיבה קאם מיט דעם וושיר דא שפראך רבי עקיבה ווידר דען רבי יהושיע ליביר יהושיע ווייש דוא ניט אז איך איין אלטיר מאן בין אונ' מיין לעבן הענקט אן דיר ער מיינט איך האב יוא נישט מיר נייארט ווייש דוא מיר ברענגשט ווארום בישטו דען אזו גאר לנג אוישן...
אל הספר