עו. מעשה ברבי חונה (הונא) שאגד עשבים עבור שכר

211 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רב חונה טעט גרייז צו אננדר בינדן אום לון : עו . מסכת מגילה פרק בני העיר רב חונה דער טעט גרייז צו זמן בינדן אונט פאר קויפט עש פר גרושר ארמוט וועגן דש ער קעניט קידוש וויין דרום קויפן דא קאם רב עבן דער צו אונ' פרוגט דען רב חונה וואש ער טעט וואש זול דיר דז גרייז אז דוא צו איין זמן בינשט . דא שפראך רב חונה איך האב שבת קיין קידוש וויין גיהט דא האב איך מוזן מיין שבת מנטיל פר זעצין אז איך האב מיר קידוש וויין דרום גיקויפט אונ' איצונדר וויל איך דאש גרייז פר קויפן אונ' וויל מיין שבת מנטיל ווידר אויש ליזן . דא שפראך רב עש זול זיין דער ווילן פון הקב"ה דז דוא זאלשט אום וואנדין זיין מיט איידיל זיידן קליידר אונ' דא נון דער רבה בר רב חונה ברוכה טעט אונ' אונטר דיא חופה גיגנגאן וואר און דער רב חונה דער וואר גאר איין קליינר מאן דא ליגט ער זיך איין נידיר אויף איין בעט אונ' שליף אונט נימט האט אים גיזעהן ליגן דא קאמן זיין טעכטיר און זיין שנויר אונ' צוגן אירן זיידנן קליידר אויז אונ' ווארפין זיא אויף דאש בעט און דעקטין אין גנץ דער מיט צו דש זיא אין ניט זאכן אביר זיא ...  אל הספר
מינרוה