עד. מעשה ברבי חמא שנסע ללמוד למשך שתים עשרה שנה

207 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא הוב זיא איר אויגן אויף דא זאך זיא דז עש איר מאן ווער דא פרייאט זיא זיך גאר זער דאש איר דיא נשמה פר גרושר שמחה אויש גינג דא הוב רבי חנניא אן הער אל דער וועלט אישט דש דער ארמן פרויא לון דש זיא אזו לנג האט אויף מיך גיווארט אונ' זיך דער ווייל אליין גליטן אונט ער הוב אן אונט טעט תפילה אויף זיין ווייב דז זיא ווידר לעבינדיג ווארט . דער הלבן זול קיינר אורפליצונג אין זיין הויז גין זאל זיך פאר לאשין אן צייגן דער היימן : וויא רבי חמא צוג אויש לערנן אויף צוועלף יאר : עד . מסכת כתובת פרק אף על פי מעשה רבי חמה בר כיסה דער גינג אך לערנן צוועלף יאר דא ער נון ווידר איין היים גינג דא זאגט ער איך וויל ניט טון וויא חשכינאי גיטאן האט דער איז אורפליצונג אין זיין הויז גיגנגאן ער גינג הין אונ' זעציט זיך פור דאש בית המדרש אונט ער אנפוט עש איין היים וויא ער אישט ווידר גיקומן דא קאם רבי אושיעי' זיין זון אין דז בית המדרש אונ' זעציט זיא פאר אין אביר ער קעניט אין ניט אונ' דער רבי אושיעי' דער פרעגיט דען רבי חמה עפיש אין דער הלכה דא זאך רבי חמה וויא ער אזו איין גרושר חריף ווא...  אל הספר
מינרוה