סח. מעשה ברבי עקיבא שהיה רועה צאן

189 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא פראגט דיא גמרא האט דען נקדימן בן גוריון קיין צדקה געבן מיר הון דאך גילערנט ווען דער נקדימן אויז זיין הויז אין דאש בית המדרש אישט גיגנגאן דא האט מאן אין גישפרייט איידל זיידן גיוואנט דש ער דרויף גיגנגאן אישט אונ' דער נאך לאשט מן עש עניים נעמן . איין טייל לייט זיין עש מתרץ ער האט עש גיטאן זיין כבוד הלבן ניט אום צדקה הלבן . איין טייל לייט זיין עש מתרץ ער זאלט ביליך פיל מין צדקה געבין האבן אלש ער גיגעבן האט דער הלבן ווייל ער ניט האט גינוגין צדקה געבן דער הלבן אישט ער אום דאש זיין גיקומן . אלש דאש שפריך ווארט גיט דורנאך אז דאש קעמליין עשט דער נאך ליגט מן אויך אין איין לשט אויף . דאש מיינט אזו דער נאך אז איינר פיל האט דער נאך זאל ער אך צדקה געבין פיל אונ' דש האט דער נקדימן בן גוריון ניט גיטאן דער הלבן אישט ער ארים גיווארדן . דער נאך שפריכט רבי אלעזר בר צדוק אזו וואר זאל איך זעהן דש ציון ווידר זאל גיבויט ווערדן דש איך דיא זעלביג פרויא אין דער שטאט עכו גיזעהן האב דש זיא האט דיא גוירשט אויף גיקלויבט צווישן דיא פויש פון דיא פפערדן אלזו גאר ארים וואר זיא ג...  אל הספר
מינרוה