179 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא האט זיא צו אים גיזאגט הער צו מיר אונ' ליג בייא מיר דא האט ער ווידר גיזאגט ניין איך וויל ניט דא האט זיא גיזאגט צו אים ליג בייא מיר אביר איך וויל דיך לאשן תפסן דא האט יוסף ווידר צו איר גיזאגט ה' מתיר אסורים דאש איז טייטש גוט דער לידיגט דיא דא גיפנגאן זיין . דא האט זיא ווידר אין גיזאגט איך וויל דיר דיין היך לאשן נידיר מאכן דא האט ער ווידר גיזאגט ה' זוקף כפופים דש אישט טייטש גוט דער ריכט אויף דיא גיבוקטין . דא שפראך זיא ווידר איך וויל דיר דיין אויגן לאשן אויש שטעכן דא זאגט יוסף ווידר ה' פוקח עורים דאש אישט טייטש הקבה דער עפניט דעם מענשין זיין אויגן . דער הלבן ליג איך ניט בייא דיר הקב"ה קאן מיר וואל בייא שטין דא גאב זיא אים טויזנט צענטניר זוילביר ער זאלט בייא איר ליגן דא וואלט ער דאך ניט בייא איר ליגן דא אישט אז דער פסיק שפריכט ולא שמע אליה לשכב אצלה דש איז טייטש אונ' ניט ער וואלט הערן צו איר דז ער וואלט בייא איר ליגן דא מיט האט דער רשע אך קיין פאר ענטווארונג דא ווערט גיפונדן דש דער אלט הילול דער מכט חייב דיא ארמן . רבי אליעזר דער מכט חייב דיא רייכן...
אל הספר