נג. מעשה בחוני המעגל שכל ימיו היה מצטער על פסוק משיר המעלות

147 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא אל זיין טאג פון חונה המעגל האט זי מצער גיוועזין נג . אויף דען פסוק פון שיר המעלות : מסכת תענית פרק שלושה מעשה עש זאגט רבי יוחנן אל דיא טאג פון דעם צדיק חונה המעגל דא האט זיך מצער גיוועזן אויף דעם פסיק דער דא שטיט אין תהילים בסימון קכו שיר המעלות בשוב ה' את שבת ציון היינו כחולמים דש אישט טייטש איין גיזאנג דער שטאפלין ווען דא ווערט ווידר קערן הקב"ה דיא גיפענקניש פון ציון דא זיין מיר עבן גיוועזן אלש דיא טריימיר דש מיינט ער מיט דש גלות פון בבל דש האט גיווערט זיבנציק יאר אונ' הקב"ה רעכניט עש עבן אלש ווען מיר אין טריים ווערן גיוועזן אונ' העטן דיא צייט לנג גישלאפין דיא זיבנציק יאר לנג . דא זאגט דער צדיק פינט מן דען איינן דער דא זיבנציק יאר קאן אן איינם שטיק שלאפין אונ' ער מיינט עש ווער ניט מיגליך איין מאל אן איינם טאג דא רייט ער אויף איינם איזל אויף דעם וועג דא זאך ער דארטין איין מאן דער פלאנציט איין בוקש הארן בוים דא פראגט ער דען זעלביגן מאן דער דען בוים פלאנצט ליביר זאג מיר וויא לנג האט דער בוים צו וואקשין דען דוא דאש מאל איצונט גיזעצט האשט דא זאג...  אל הספר
מינרוה