89 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי האט איין היל אין זיין הויז דיא גינג ביז אין דאש לג . קיסרש הויז : מסכת עבודה זרה פרק ראשון לפני אידיהן מעשה רבי דער האט איין היל אונטר דער ערדן דיא גינג פון זיינם הויז אן ביז צום הויז דעז קיסרש אנטונינוס דז מן קאן אונטר דען ערדן גין פון דען קיסרש הויז ביז אין רבי הויז דען דער קיסר גינג אלי טאג צום רבי לערנן אים סוד אונ' ווען ער נון וואלט צום רבי גין לערן דא גינג ער אונטר דער ערדן דער מיט דז נימץ גיוואר וואר אונ' אלי מאל ווען ער דורך דיא היל גינג אזו נאם ער צווייא קנעכט מיט דען ער מאכט ניט אליין גין דורך דיא היל . אונט אל מאל וואר ער איינם פון דיא צווייא קנעכטן מימית ווען ער פור דיא טיר פון רבי קאם אונט דעם אנדרין וואר ער מימית ווען ער ווידר פון רבי איין היים קאם דז ער ווידר פר זיין טיר קאם דז ער גנץ ווידר דורך דיא היל וואר גיגנגאן דאר מיט דז עש נימץ גיוואר וואר דז ער תורה לערנט אויף דער צייט שפראך דער קיסר ווידר צום רבי ליביר איך ביט דיך אין דער צייט אז איך קום צו דיר לערנן אזו לאז גאר קיין מענש בייא דיר זיין . איין מאל קאם דער קיסר צום רב...
אל הספר