79 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דער הלבן בישטו וואל ווערט דש מן דיך טיטן זאל . דא גינג מן הין אונ' בוקט צוויין טאנן בוים נידיר אונ' בינדט אן איטלכן בוים איין ביין אונ' ליש דיא בעם דער נאך ווידר איבר זיך שנאפין דש איין איטלכים בוים איין שטיק הענגאן בליב . דא ווארד דש רבא זיין פלוכן אן אים בישטעדיקט . דער הלבן זאל איין איטליכר ניט מיט פלשין הערצין אום גין דען עש בלייבט דאך אם לעצטין ניט בישטין אונ' דער נאך האט ער דאך נישט דר מין ווי דען בר חדיא אך אישט גישעהן דיא מיט פאלשין הערצין וועלין אום גין : וויא דש מלכות האט פר באטין תורה צו לערנן : כט . מסכת ברוכת פרק הרואה מעשה גישאך דז איין מאל האט דאש מלכות גוזר גיוועזן אויף ישראלן דז זיא ניט זאלטין תורה לערנן וואש טעט רבי עקיבה ער זאמלט איין פיל פאלק פון ישראל אונ' זעציט זיך נידר אונ' דרשת דא גיפאנט אין זיצן איינר דער היש פפוס בן יהודא דש ער לערנט דא זאגט דער פפוס מיין ליבור רבי פערכשט דיך ניט פר דעם מלכות דש פר באטין האט מן זאל ניט לערנן אונ' דוא זעציט דיך אין נידר פר אידר מאן אונ' לערשט תורה דא זאגט רבי עקיבה ווידר פפוס בישטו דער פפוס...
אל הספר