כד. מעשה שהיה רבי יוחנן חולה, ותלמידיו קיימו אצלו ביקור חולים

65 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי אליעזר קראנק וואר אונ' רבי יוחנן וואר אין מבקר כג . חולי : מסכת ברוכת פרק ראשון מעשה גישאך דא רבי אליעזר קראנק וואר דא גינג רבי יוחנן צו אים אונט וואלט אין מבקר חולי זיין דא לאג רבי אליעזר אין איין פינשטר קאמר . דא אנט פלעקט רבי יוחנן זיין ארים דען ער וואר גאר שין דש דיא קמיר גאר העל וואר דא הוב דער רבי אליעזר אן צו וויינן . דא שפראך רבי יוחנן מיין ליבר רבי ווארום וויינשטו שריישטו דער הלבן דז דוא ניט פיל תורה האשט גילערנט עש לייט נישט דא ראן ווען איינר נומן לשם שמים לערנט . וויינשטו דען דער הלבן ווייל דוא ניט רייך בישט איין מענש איז ניט זוכה צו צווייא טיש דען דוא קאנשט ניט רייך זיין אונ' דער צו איין תלמיד חכם זיין . דא הוב רבי אליעזר אן איך וויין דער הלבן דש דיין היפשקייט זאל אונטר דער ערד קומן . דא הובן זיא ערשט אלי בייד אן צו וויינן . דא שפראך רבי יוחנן ליבר רבי איר האבט גיוויש דיא יסורים ליב דען אייער עבירות ווערדן אייך דער דורך פאר געבן דא הוב רבי אליעזר אן איך האב דיא יסורים ניט ליב אונ' הב איר לון פון יסורים אך ניט ליב : וויא רבי יוח...  אל הספר
מינרוה