51 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וואש דוא ווערשט אן מיר פינדן דש מיינט ווען ער ניט ווער אין דיא היל גיזעסין זא האט ער ניט אזו פיל תורה גילערנט דען אי ער וואר איין וועק גיצוגן זא ווען רבי שמעון איין קשיא האט גיברוגט זא האט אים רבי פינחס צוועלף תרוצים דרויף געבן . אביר איצונטר וואר עש גראד להפך ווען רבי פנחס איין קשיא פרוגט דא גב אין רבי שמעון צוועלף תירוצים דרויף דאש האט ער אלש גילערנט ווייל ער אין דער היל וואר גיוועזן . אך פינט מן דען רבי שמעון בן יוחי אין דער גמרה וואש ער פר איין בריא אישט גיוועזן אונ' ער הוט דאש גישווינט ספר גימאכט דש מן היישט דען זוהר : וויא דוד המלך באט הקב"ה ער זעלט אין זאגן וויא לנג ער יז . לעבין זאלט : מסכת שבת פרק במה מדליקין מעשה עש באט דוד המלך ע"ה הקב"ה ער זאלט אים דאך זאגן וויא לנג ער דאך נאך לעבין זאלט דא זאגט הקב"ה ווידר צו אים איך זאג עש קיינם מענשן איך האבש פר שווארן דש איך עש קיינם זאג דא זאגט דוד המלך ווידר זא זאג מיר אויף וועלכן טאג איך שטערבן ווער . דא זאגט הקב"ה צו אים אם איינם שבת דא זאגט דוד המלך ווידר ליבר לוש מיך אויף איינם זונטאג שטערבן ד...
אל הספר