טז. מעשה שרבי יודא אמר: כמה יפים מעשי הגויים

45 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי יודא זאגט וויא גאר היפש זיין דיא ווערק פון דיא טז . גוים : מסכת שבת פרק במה מדליקין עש זאש רבי יודא אונט רבי יוסי אונ' רבי שמעון זון יוחי בייא אננדר אונט זאש איינר בייא אינן דער היש רבי יהודא זון גירים . דא הוב דער רבי יודא אן אונט זאגט וויא גאר היפש זיין דיא ווערק פון דיא גוים זיא מאכין פיל מערק דאש מאן דארויף פייל קאן האבן . זיא מאכין בריקין איביר דאש וושר . דש מן דאריבור גין קאן . זיא מאכין באד הייזר דש מן זיך דרינן קאן באדן אונט וועשין . רבי יוסי דער שוויג שטיל צו דען רידן . דא אנווארט רבי שמעון בן יוחי דארויף אונט זאגט אלש וואש דיא גוים מכן דש מכן זיא אלש צו אירים נוץ אונט צו אירם ליב זיא מכן מארק אונ' גסין דז דיא הורין קענן דאריין זעצין . זיא מכן בריקין איביר דש וושר דש זיא מכס דער פון אויף היבן . זיא מכן באד שטובן דש זיא אירן לייב קענן מיט זענפטיגן . דער רבי יודא זון גירים דער גינג איין היים אונט זאגט דיא שמועת אל זיין פאטיר אונ' זיינר מוטיר דש דיא ריד זא גאר ווייט קומן דז זיא פאר דען מלך קומן דא שפראך דער מלך איך הער וואל רבי יודא ...  אל הספר
מינרוה