טו. מעשה בגוי שהלך מאחורי בית המדרש והקשיב לשיעורים

41 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין גוי גינג הינטר דען בית המדרש אונ' הורט צו לערנן : טו . מסכת שבת פרק במה מדליקין מעשה גישאך נוך אן איינם גוי דער גינג דנטיר דעם בית המדרש הער אונ' הורט וויא דיא קינדר לערנן דען פסיק ואלה הבגדים אשר יעשו חושן ואפר דאש אישט טייטש אונ' דש זיין דיא קליידר דיא דער כהן הגדל זול אן טון ווען ער אין דעם בית המקדש דינט פאר הקב"ה איין פאר שפנג אונט איין גורט אונט זונשט מין ווייש דער צו גיהערט דש איין כהן הגדול בידרפט דא גינג דער גוי אין דש בית המדרש אונט פראגט דען רבי ליבור זאג מיר ווער זול דיא קליידר אן האבן דיא דא הושט גילערנט מיט דען יונגן . דא שפראך דער רבי ווידר דש מיינט דער גרעשטר פרישטר דער אונטר ישראל אישט ווען ער פור גוט דעם אלמעכטיגן דינט אין אונזרם טעמפיל דא גידאכט דער גוי איך וויל אך איין יוד ווערדן דר ווארטן דש איך אך אים טעמפיל דינין זול אונ' זאלט אך אזו קוישטליכן קליידר אן טון וויא דער פרישטר אונטיר דען יודן אונ' גינג צו שמאי אונ' זאגט ווידר אין אז זייא מיך מגייר אויף דש . דז איך אך איין כהן גדול מאג ווערדן אונט טוא אך אזו קוישטליכר קל...  אל הספר
מינרוה