31 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין פרויא האט קיין פינגר גיהט אונ' איר מאן האט יא . ניקש דרום גיווישט : מסכת שבת במה בהמה מעשה גישאך אן איין מענשין דער הוט איין ווייב דיא האט קיין פינגאר אן איריר הנט אונ' דער מאן האט אן איר ניט אן גיזעהן ביז זיא איז גישטארבן . דא זאגט רבי יוסף וויא איין צנועה מוז דאש ווייב זיין גיוועזין דז דער מאן אן איר נישט גיווישט האט בייא אירם לעבן דאש זיא קיין פונגר האט גיהט דא זאגט רבי חייא ווידר רבי יוסף ניין דאש איז קיין צנועה דער הלבן גיוועזין דז זיא זיך צו גידעקט האט גיהט דען איין איטלכי פרויא אישט איר סידר דז זיא זיך צו דעקט איר בלושן לייב מכל שכן דיא פרויא דיא הט זיך מוזן צו דעקין וויא האט עש דען דער מאן זעלין זעהין . דער מאן מוז איין גרושר צנועה גיוועזן דז ער בייא אירן לעבן זעלכיש ניט גיווישט הוט גיהט וויא מן האט הילל ניט קענין צוירניג מכין : יב . מסכת שבת פרק במה מדליקין מעשה איין איטליכיר מענש דער זאל אזו דעמיטיג זיין אלש הילול אישט גיוועזין . אונ' ער זול ניט בלד צוירניג זיין אלש שמאי אישט גיוועזין . דען עש גישאך איין מאל איין מעשה אן צווייא ...
אל הספר