ז. מעשה שר' חייא התארח פעם אחת אצל איש אחד, והביאו לפניו שולחן מזהב, ששישה עשר אנשים נשאו אותו

21 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי חייא וואר איין מאל גשט בייא איינן אונ' מן ז . בראכט פר אין איין גולדן טיש דא האטן זעכציהן לייט דראן גיטראגין : מסכת שבת פרק כל כתבי מעשה גישך עש זאגט רבי חייא איך בין איין מאל איבר נכט גילעגן בייא איינם קצוב אין ציפורי אודר איין טייל זאגן עש וואר אין לודיקיא גיוועזן דא ברוכט מן פר אים צו טראגן איין גילדן טיש דא האטן זעכציהן לייט דראן צו טראגן גיהט . אונ' אן דען טיש הנג אן זעכטציהן זילברן קעטין . אונ' אויף דען טיש שטונדן זילברן שיסלין זילברן לעפיל אלז וואש צום טיש גיהערט דאש וואר אייטל זילבר גימאכט אונ' אויף דען טיש שטונדן אך ויל גוטר שפייז אונ' גוט אופש אך . אונ' וויא מן דען טיש פר אים ברוכט דא הוב ער אן אונ' לובן השי' אונ' זאגט גוט אישט דיא ערד אונ' וואש אויף דער ערד איז . אונט וויא מן דען טיש ווידר איין וועק טרוק דא לובט ער השי' ווידר . אונ' זאגט דיא הימול זיין צו גוט . אונ' דיא ערד האט ער צו דען לייטן גיגעבן . דא האב איך ווידר אים צו זאגן ווארום בישטו אלזו רייך וואש האשטו דען פר גוטש גיטאן דיין טאג . דא זאגט דער בעל הבית ווידר מיך איך ו...  אל הספר
מינרוה