9 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא דיא מלאכים האבן זיך גיקריגט מיט משה אום דיא ג . תורה : שבת פרק ר' עקיבה מעשה עש זאגט ר' יהושיע בן לוי אין דער צייט דז משה רבינו אויף גינג אין דען הימל אונ' וואלט דיא תורה מקבל זיין בון השי' דא הובן דיא מלאכים אן ווידר הקב"ה הער אל דער וועלט וואש זאל אונש איין מענש אויף דען הימול . דא זאגט הקב"ה ווידר ער וויל דיא תורה מקבל זיין . דא זאגטן דיא מלאכים ווידר הקב"ה דש פר בורגן כילי דז דוא האשט גיהט בור בורגן ניין הונדרט אונ' פיר אונט זיבציק דורת אי דוא דען עולם הושט בישפין דיא ווילשטו געבין איינם מענשין . ווייש אישט דער מענש דש דוא האשט בישפין . גיב דיין שונהייט אויף דען הימול לוש דיא תורה האבן ניט גיב זיא איינם מענשין . דא שפריכט הקב"ה ווידר משה גיב אין תשובה וואש זיא ווידר מיך גיזאגט האבן . דא שפריכט משה ווידר הער אל דער וועלט איך וועלט אין וואל ענטברטין איך פערכט מיך זיא פאר ברענין מיך מיט דעם רויך דער אים אויז איר מייליר גיט . דא שפראך הקב"ה ווידר משה ביגרייב דיך אן דען כיסא כבוד אונט גיב אין תשובה אויף איר ריד וויא משה רבינו דאש הערט דא היבט ער...
אל הספר