|
עמוד:15
געלערנט דאָ אין דער ישיבה . געשמט פאַרן ערשטן בּחור . בּאַקומען סמיכה אויף הוראָה . מיט אַ מאָל איז ער פאַרשוואונדן געוואָרן, קיינער האָט ניט געוואוסט וואוהין, און האָט זיך אַ גאַנצן יאָר ניט געוויזן . מיהאָט געזאָגט, ער איז אַוועק אָפּריכטן גלות . ניט לאַנג האָט ער זיך אומגעקערט . גאָר ניט יענער בּחור, וואָס געווען . שטענדיג פאַרטראַכט, פאַסט הפסקות משבּת לשבּת, פּראַוועט מקואות . . . ( שטילער ) מי זאָגט, אַז ער עסקט זיך מיט קבּלה . . . 2 טער בּטלן : ( שטיל ) אין שטאָט רעדט מען אויך וועגן דעם . . . מ׳איז שוין געווען בּעטן בּיי אים קמיעות . נאָר ער גיט ניט . . . 3 טער בּטלן : ווער ווייס ווער ער איז ? אפשר פון די גדולים ! ווער קאָן וויסן ? און נאָכקוקן איז אַ סכנה . . ( פּויזע ) 2 טער בּטלן : ( גענעצט ) שפּעט . . . צייט לייגן זיך שלאָפן . . . ( צום 1 טן בּטלן מיט א שמייכל ) . אַ שאָדן, וואָס דאָ איז ניטאָ אַייער בּעל שם, וואָס קאָן צאַפּן וויין פון וואַנט . . . איך וואָלט זיך איצט מחיה זיין מיט אַ קאַפּעלע בּראַנפן . איך האָבּ היינט אַ גאַנצן טאָג ניט געהאַט אין מויל ! 1 טער בּטלן : בּיי מיר איז היינט אויך כמעט אַ תענית . מערניט נאָכן דאַוונען געמאַכט שהכל אויף אַהריצענעם קיכל . מאיר : ( האלב בסוד, קאנטעט ) וואַרט אַקאָרשט, מיר וועלן, דוכט זיך, בּאַלד האָבּן אַ גוט בּיסל משקה . סנדר איז געפאָרן זעהן אַ חתן פאַר זיין בּת יחידה . זאָל ער נאָר שרייבּן למזל תנאים, וועט ער שוין שטעלן אַ פיינעם תקון . 2 טער בּטלן : אַ ! איך גלויבּ ניט, ער זאָל ווען עס איז שרייבּן תנאים . דריי מאָל געפאָרן זעהן חתנים און אַלץ אומגעקערט זיך מיט גאָרנישט . דאָס געפעלט אים ניט דער חתן, דאָס איז אים קנאַפּ יחוס, דאָס ווייניג נדן . . . מען טאָר ניט זיין אַזאַ אויסקלייבּער ! מאיר : סנדר מעג זיך פאַרגינען, אָן עין הרע, אַ גביר, אַ מיוחס, די בּת יחידה אַ געראָטענע, אַ יפת תואַר . . . 3 טער בּטלן : ( מיט אַנטציקונג ) איך האָבּ האָלט סנדרן ! אַן אמת׳ער חסיד, טאַקע פון די מיראָפּאָליער חסידים, מיטן בּרען ! . . . 1 טער בּטלן : ( קאלט ) אַ חסיד איז ער אַ גוטער, ניטאָ וואָס צו ריידן . נאָר די בּת יחידה זיינע האָט ער געמעגט אויסגעבּן אויף איין אַנדער אופן . 3 טער בּטלן : וואָס ? וואָס ? 1 טער בּטלן : אַמאָליגע צייטן, אַז אַ גביר, און נאָך פון אַ פיינער משפּחה, פלעגט דאַרפן אַ שדוך טאָן, פלעגט ער ניט זוכן ניט קיין געלט, ניט קיין יחוס אָבות, נאָר יחוס עצמו . פלעגט אַוועקפאָרן אין דער גרויסער ישיבה, אָפּגעבּן דעם ראש ישיבה די שיינע מתנה און יענער פלעגט אים שוין אויסקלייבּן אַ בּחור פון די שופרא דשופרא . סנדר האָט אויך געקאָנט טאָן אַזוי . דער משולח : ער וואָלט אפשר דאָ אין דער ישיבה אויך געפינען אַ פּאַסיגן חתן . 15
|
|