צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק)

עמוד:13

פון טיש . אַז פון דאָרטן שפּרינגט מיט אַ מאָל אַרויס דער נחש הקדמוני, דער אוראַלטער שלאַנג און וויקלט זיך אַרום דעם גביר אַרום האַלז . נו, נו, האָט זיך שוין דאָרט אַ בּיסל געטאָן . דער גביר שרייט און וויינט ‘גוואַלד, רבּי, זייט מיר מוחל, איך וועל טאָן אַלץ, וואָס איר וועט הייסן, נאָר נעמט צו דעם שלאַנג ! ’ האָט אים ר׳ שמעלקע געזאָגט ‘דו וועסט שוין פאַרזאָגן די קינדער און קינדס קינדער, זיי זאָלן פאָלגן דעם רבּין און מורא האָבּן פאַר זיין קאַנטשיק’ . און האָט אַראָפּגענומען פון אים דעם שלאַנג . 3 טער בּטלן : כאַ כאַ כאַ ! אַ פיינער קאַנטשיק ! ( פּויזע ) 2 טער בּטלן : ( צום ערשטן ) איר האָט, ווייזט אויס, אַטעות געהאַט . די מעשה האָט געמוזט פּאַסירן ניט מיט דעם נחש הקדמוני . . . 3 טער בּטלן : וואָסי ? פאַרוואָס ? 2 טער בּטלן : גאָר פּשוט . עס קאָן ניט זיין, אַז ר׳ שמעלקע ניקעלשבּורגער זאָל זיך בּאַנוצן מיט דעם נחש הקדמוני . דער נחש הקדמוני איז דאָך דער סמך מם, אַליין די סטרא אַחרא, רחמנא לצלן . ( שפּייט אָפּ ) 3 טער בּטלן : נו, פּטור ! ר׳ שמעלקע האָט מסתמא געוואוסט וואָס ער טוט ! 1 טער בּטלן : ( בּאליידיגט ) איך פאַרשטיי ניט, וואָס דו רעדסט ! איך דערצייל אַ מעשה, וואָס האָט פּאַסירט לפני כל עם ועדה, צעהנדליגע מענטשן האָבּן דאָס מיט זייערע אויגן געזעהן, און דו קומסט און זאָגסט, אַז דאָס האָט ניט געקאָנט פּאַסירן . גלאַט אין דער וועלט אַריין גערעדט . 2 טער בּטלן : חס ושלום ! נאָר איך האָבּ גערעכנט, אַז עס זיינען ניט פאַראַן אַזעלכע שמות און צרופים, וואָס מען זאָל קאָנען אַרויסרופן מיט זיי דעם סמך מם . שפּייט אויס . דער משולח : אַרויסרופן דעם טייוול קען מען נאָר מיט דעם גרויסן צווייפאַכיג אויסגעדריקטן שם, וואָס שמעלצט צונויף אין זיין פלאַם די העכסטע בּערג שפּיצן מיט די טיפסטע טאָלן . חנן היינט אויף דעם קאָפּ און הערט זיך אויפמערקזאַם צו . 3 טער בּטלן : ( אומרואיג ) און עס איז קיין סכנה ניט צו בּאַנוצן דעם גרויסן שם ? דער משולח : ( פארטראכט ) אַ סכנה ? . . . ניין . . . נאָר פון גרויס גלוסטיגקייט, וואָס דער פונק גלוסט צום פלאַם, קאָן פּלאַצן די כלי . . . 1 טער בּטלן : אין מיין שטעטל איז דאָ אַ בּעלשם, אַווילדער בּעל מופת . דהיינו, מיט אַ שם מאַכט ער אָן אַ שריפה און פאַרלעשט זי גלייך מיט אַ צווייטן שם . ער זעהט, וואָס עס טוט זיך פאַר הונדערט מייל פון אים, צאַפּט מיטן פינגער וויין פון וואַנט וכדומה . האָט ער מיר אַליין געזאָגט, אַז ער ווייס פון אַזעלכע שמות, וואָס מען קאָן מיט זיי בּאַשאַפן אַ גולם, מחיה מתים זיין, ווערן אַ רואה ואינו נראה, אַרוסרופן ניטגוטע . . . אַפילו דעם סמך מם . שפּייט אויס . איך האָבּ דאָס פון זיין מויל געהערט . חנן : ( וועלכער איז די גאנצע צייט 13

המכון לקידום תיאטרון יהודי


לצפייה מיטבית ורציפה בכותר