צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק)

עמוד:12

3 טער בּטלן : עס פאַרשטייט זיך ! ווער פאַרשטייט דאָס ניט ! 2 טער בּטלן : ווער עס האָט געהאַט אָפענע אויגן, דער האָט געזעהן . מען דערציילט, אַז בּשעת דער אַפּטער רב האָט זיך צום ערשטן מאָל בּאַגעגנט אין וועג מיטן רוזינער, האָט ער זיך אַ וואַרף געטאָן קושן די רעדער פון זיין וואָגן . און אַז מען האָט אים געפרעגט, וואָס דאָס בּאַטייט, האָט ער אַ געשריי געטאָן ‘טפּשים ! איר זעהט דען ניט, אַז דאָס איז די מרכבה של מעלה ? ’ 3 טער בּטלן : ( אנטציקט ) אַיי, אַיי, אַיי ! 1 טער בּטלן : דער תּוכן איז דאָך אין דעם, וואָס דער גילדענער שטול איז קיין שטול ניט געווען, די קאַפּעליע קיין קאַפּעליע און די פערד זיינען קיין פערד ניט געווען . דאָס אַלץ איז געווען נאָר אַ דמיון, אַן אָפּשיין, און האָט געדינט ווי אַ בּגד, ווי אַ שייד פאַר זייער גרויס . דער משולח : אמת׳ע גרויס דאַרף ניט האָבּן קיין שיינעם בּגד . 1 טער בּטלן : איר האָט אַ טעות ! אמתע גדלות מוז האָבּן אַ פּאַסיגן לבוש ! . . 2 טער בּטלן : ( קוועטשט מיט די פּלייצעס ) זייער גדלות ! זייער תקיפות ! עס איז דען משער צו זיין ? 1 טער בּטלן : אַ חדוש זייער תקיפות ! איר האָט געהערט די מעשה מיט ר׳ שמעלקע ניקלשבּערגערס קאַנטשיק ? כדאי צו הערן . אַמאָל זיינען צו ר׳ שמעלקען געקומען לאָדן זיך אַן אָרימאַן מיט אַ גביר, וועלכער איז געווען אַ קרוב למלכות און פאַר וועמען אַלע האָבּן געציטערט . ר׳ שמעלקע האָט אויסגעהערט בּיידע צדדים און אַרויסגעגעבּן אַ פּסק דין, אַז דער אָרימאַן האָט געוואונען דעם משפּט . איז דער גביר בּרוגז געוואָרן און האָט געזאָגט, אַז ער וועט ניט מקיים פּסק דין . רופט זיך אָפּ רואיג ר׳ שמעלקע ‘דו וועסט מקיים זיין . אַז אַ רב הייסט, מוז מען מקיים זיין’ . איז שוין דער גביר אין כעס געוואָרן און האָט אָנגעהויבּן שרייען ‘איך לאַך זיך אויס פון אַייך מיט אַייער רבּנות ! ’ דאָ האָט זיך ר׳ שמעלקע אויפגעהויבּן מלוא קומתו און אַ געשריי געטאָן ‘בּזה הרגע זאָלסטו מקיים פּסק זיין ! אַז ניט נעם איך דעם קאַנטשיק’, דאָ איז דער גביר אינגאַנצן אַרויס פון די כלים, האָט אָנגעהויבּן מחרף ומגדף זיין דעם רבּין . נעמט ר׳ שמעלקע און גיט אַן עפן, רוקט אַבּיסל אַרויס דעם קעסטל צ וויש ן צ וויי ווע ל ט ן אַ ד ר א מ א ט ישׁ ע ל ע ג ע נד ע א ין פ יר א ק ט ן 12 א ב יב 9 1 0 2 ה ת ש ע ”ט | גיל יון 3 1 ( 5 8 2 )

המכון לקידום תיאטרון יהודי


לצפייה מיטבית ורציפה בכותר