צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק)

עמוד:11

מעשה ) בּיי ר׳ דודל טאַלנער, זכותו יגן עלינו, איז געווען אַ גילדענער שטול און אויף אים איז געווען אויסגעקריצט : דוד מלך ישראל, חי וקיים ( פּויזע ) . 2 טער בּטלן : ( מיט דעמזעלבּן טאָן ) ר׳ ישראל רוזינער, זכרונו לברכה, האָט זיך אויפגעפירט, ווי אַן אמת׳ער מאָנאַרך . בּיי זיין טיש האָט שטענדיג געשפּילט אַ קאַפּעליע פון פיר און צוואַנציג כליזמרים און אַרויספאָרן פלעגט ער ניט אַנדערש ווי אויף זעקס פערד נאַ שפּיץ . 3 טער בּטלן : ( מיט התפּעלות ) און וועגן ר׳ שמואל קאַמינקער דערציילט מען, אַז ער איז אומגעגאַנגען אין גילדענע פּאַנטעפעלעך, ( אנציקט ) אין גילדענע פּאַנטעפעלעך ! דער משולח : ( הויבּט זיך אויף פון בּאנק, בּלייבּט זיצן אויסגעגלייכט . מיט א רואיג זאנפטן קול ווי אינדערווייטן ) דער הייליגער ר׳ זוסיע אַניפּאָליער איז כל ימיו געווען אַן אביון, האָט געקליבּן נדבות, איז אומגעגאַנגען אין אַ פּויערשן טיזליק, מיט אַשטריק אַרומגעגאַרטלט און האָט פונדעסטוועגן ניט ווייניגער אויפגעטאָן ווי דער טאַלנער אָדער דער רוזינער . 1 טער בּטלן : ( ניט קאָנטעט ) איר האָט קיין פאַראיבּל ניט, ווייסט נט וועגן וואָס מען רעדט און מישט זיך אַריין . אַז מען דערציילט וועגן דער גרויסקייט פונם טאַלנער אָדער רוזינער, רעדט זיך דען וועגן זייער רייכקייט ? ווייניג גבירים אַדירים איז דאָ אויף דער וועלט ? מען דאַרף דאָך פאַרשטיין, אַז אי אין דעם גאָלדענעם שטול, אי אין דער קאַפּעליע, אי אין די גילדענע פּאַנטעפעלעך איז געלעגן אַ טיפער סוד, אַ טעם הכּמוס . דאָ איז דער גביר אינגאַ נצן אַרויס פון די כלים, האָט אָנגעהויבן מחרף ומגדף זיין דעם רבין . נעמט ר׳ שמעלקע און גיט אַן עפן, רוקט אַבי סל אַרויס דעם קעסטל פון טיש . אַז פון דאָרטן שפּרינגט מיט אַ מאָל אַרויס דער נחש הקד מוני, דער אוראַלטער שלאַנג און וויקלט זיך אַרום דעם גביר אַרום האַלז . נו, נו, האָט זיך שוין דאָרט אַ ביסל געטאָן . דער גביר שרייט און וויינט ‘גוואַלד, רבי, זייט מיר מוחל, איך וועל טאָן אַלץ, וואָס איר וועט הייסן, נאָר נעמט צו דעם שלאַנג ! ’ האָט אים ר׳ שמעלקע געזאָגט ‘דו וועסט שוין פאַרזאָגן די קינדער און קינדס קינד ער, זיי זאָלן פאָלגן דעם רבין און מורא האָבן פאַר זיין קאַנטשיק’ . און האָט אַראָפגענומען פון אים דעם שלאַנג . 11

המכון לקידום תיאטרון יהודי


לצפייה מיטבית ורציפה בכותר