צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק)

עמוד:10

ערשׁטער אקט איידער דער פאָרהאַנג הויבּט זיך אויף, בּיי אַפולקומער פינסטערניש, הערט זיך ווי פונדערווייטן אַשטילער מיסטישער געזאַנג : מחמת וואָס, מחמת וואָס איז די נשמה פון העכסטער הויך אַראָפּ אין טיפסטן גרונט ? — דאָס פאַלן טראָגט דעם אויפקומען אין זיך . . . ( דער פאָרהאַנג הויבּט זיך לאַנגזאַם אויף ) אַ הילצערנע שול, זעער אַן אַלטע מיט שוואַרצע ווענט . דער בּאַלטן אונטערגעשפּאַרט מיט צוויי סלופּעס . פון מיטן בּאַלטן, איבּערן בּימה, לאָזט זיך אַראָפּ אַן אַלטער מעשענער היינגלייכטער . די בּימה, שפּוע׳דיג, איז בּאַדעקט מיט אַטונקעלן טישטוך . אין פאָדערשטער וואַנט, אינדערהויך, קליינע פענסטערלעך פון דער ווייבּערשער שול, אַ לאַנגע בּאנק . פאר איר א לאנגער הילצערנער טיש פארוואָרפן מיט ספרים . אויף אים בּרענען אין ליימענע לייכטערלעך צוויי שטיקלעך חלבנע ליכט, וואָס קומען אויס נידעריגער, ווי די אָנגעוואָרפענע ספרים . נאָך דעם בּאנק מיטן טיש, לינקס, אַ קליינע טיר אין חדר מיוחד . בּיים עק וואנט אן אלמער מיט ספרים . וואַנט רעכטס : אינמיטן דער אָרון קודש, לינקס פון אים דער עמוד, אויף וועלכן עס בּרענט אַדיקע וועקסענע יאָרצייטליכט . פון בּיידע זייטן אָרון קודש צוויי פענסטער . בּיינק אין דער גאַנצער ליינג פון וואנט . אַנטקעגן זיי עטליכע שטענדערס . וואַנט לינקס : אַ גרויסער קאכלנער אויוון, בּיי אים אַ באנק . אַנטקעגן בּאנק אַ לאנגער טיש, אויך פארוואָרפן מיט ספרים . אַ האנטפאס מיט א האנטוך אין א רינג . א בּרייטע טיר פון גאס . נאָך דער טיר א קאסטן, איבּער אים אין אַ פאַרטיפונג בּרענט א נר תּמיד . נאהענט פון עמוד בּיי אַשטענדער זיצט הענעך שטארק פארטיפט אין א ספר . ארום טיש בּיי דער פאדערשטער וואנט זיצן פינף ⸗ זעקס ישיבה ⸗ בּחורים, האלבּ צעלייגט אין מידע פּאזעס, און לערנען שטיל מיט אַ פאַרחלומטן נגון גמרא . בּיי דער בּימה שטייט איינגעבּויגן מאיר און לייגט פונאַנדער אין בּימה זעקלעך מיט טלית און תּפילין . ארום טיש בּיי דער לינקער וואַנט זיצן 1 טער, 2 טער און 3 טער בּטלנים אינגאנצן פארחלומט, מיט פארגלאצטע אויגן און זינגען . אויפן בּאנק בּיים אויוון ליגט דער משולח מיט אַ זאק צוקאפּן . בּיים אלמער מיט ספרים, האלטנדיג זיך מיטן האנט פארן אויבּערשטן בּרעג אלטער, שטייט שטארק פארטראכט חנן . אוונט . די שול איז בּאנומען מיט א מיסטישער שטימונג . אין די ווינקלען שאטנס . 1 טער, 2 טער, 3 טער בּטלנים : ( ענדיגן זינגען ) מחמת וואָס, מחמת וואָס איז די נשמה פון העכסטער הויך אַראָפּ אין טיפסטן גרונט ? — דאָס פאַלן טראָגט דעם אויפקומען אין זיך . . . ( לאַנגע פּויזע . אַלע דריי זיצן אומבּאַוועגט, שטארק פארחלומט ) 1 טער בּטלן : ( ווי מען דערציילט א צ וויש ן צ וויי ווע ל ט ן אַ ד ר א מ א ט ישׁ ע ל ע ג ע נד ע א ין פ יר א ק ט ן 10 א ב יב 9 1 0 2 ה ת ש ע ”ט | גיל יון 3 1 ( 5 8 2 )

המכון לקידום תיאטרון יהודי


לצפייה מיטבית ורציפה בכותר