517 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין חסיד שטורב אונ' ליש שינה ספרים : רנזס מעשה גישאך אן איינים חסיד דער שטורב אונ' ליש גר שיני ספרים אונ' דיא יורשים פר קויפטן זיא אין פרעמדן הענדן אל דיא ספרים וויא נון דיא אנדרן חסידים דש זאכן ווארן זיא זיך זער מצער אויף דיא יורשים דש זיא אירש פאטירש ספרים זעלן פר קויפן אין איין אנדרין הניט דא וואר אין דער זעלביג שטאט איין גרושר חכם דער שפראך ווידר דיא חסידים זייט אויך ניט צו זער מצער דש דעש חסיד ספרים אונדר פרעמדין פור קויפט ווארדן דאש וויל איך אויך זאגן ווארום דען ער האט קיינים קיין ספר גליהן קיינם מענשין דען ער האט גיזאגט ער זייא איין אלטיר מאן אונ' ווען ער זיין ספרים זולט הוועק לייאן זא ווער זיין ספרים מטושטש ווערדן אונ' ער ווער איין אלטיר מאן ער קעניט ניט וואל זעהן אונ' מאכין מיר מיין ספרים כליה דער הלבן וויל איך קיין ספר הוועק לייאין אונ' האט זיא אים שאניק ביהלטין . אונט איין מענש זול ניט טון איין זולכיש דארום איז בעשיר ווען מן ספרים איין וועקין לייט אונ' ווארין אויש מעקט אז מן זיא אים שנק לוט שטין אונ' ווערדן ניט גילערנט . דער הלבין...
אל הספר