513 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מענש האט זיך פר אירט אים וואלד : רנהס נוך איין מעשה אישט גישעהן פון איינם מענשין דר האט זיך פר אירט אין איינם גרושן וואלד אונ' אישט אך גיוועזין בייא נאכט דש דיא לבונה גישינן האט . זוא אישט אים אייניר ביגעגנט דען האט ער וואל גיקענט דש ער פר לענגשט זייא גיפגרט אונ' וויא דער זעלביג מענש דאש זאך זא וואלט ער הינדר זיך לאפין דא רופיט אים דש פגר צו ער זעלט שטין בלייבין ער וועלט אין ניט שידיגן דען איך בין דער אונ' דר אונ' גאב זיך צו קענין דא זאגיט דער מאן צו דעם פגר דו בישט יא פר לענגשט גיפגרט וויא קומשטו נון דא הער דא ענטווירט דש פגר דז וויל איך דיר זאגן פון וועגין דז איך דעם פלוני הון דאש פעלד מיט גיוואלט גינומין זא הון איך קיין מנוחה דען מן יאגט מיך דיא גאנץ נאכט אום דעם פעלד הרום הער ווייל איך האן דעם פלוני זיין פעלד גזלת :
אל הספר