רנג. מעשה במלך עצום מאוד שהיה רשע גדול

505 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מלך וואר זער גיוואלטיג אונ' וואר איין גרושר רנגס רשע : מעשה גישאך אן איינים מלך איין גיוואלטיגר אונ' וואר איין גרושיר רשע אונ' זיין נמין וואר פרנדיק . דער וואר גיוואלטיג איבר אלי לענדיר איין מול פרופיט ער אל זיין יועצים אונ' זיין עלישטן אונ' קלוגין לייט אונ' רופיט אך אייליף חכמים די אליר וויישטין אונדיר ישראל דאש זיא זעלטין צו אים קומין נון וויא נון דיא אייליף חכמים צום מלך קמין זא ווייט אז מן זיא זעהן קונט דא שטניד דער מלך מיט אל זיין יועצים אוף אונ' גינג אין אנטגיגן מיט גרושיר כבוד דער מלך מיט אל זיין ווייזין . אונ' דיא חכמים נמין זיך גרוש וואונדר דאש ער זיא זא גר זער מכבד וואר . דא זגיט דער מלך צו דען אייליף חכמים איך הב אויך זא ליב אליז שווריץ אפיל מיין אויג אונ' ביגער בון אויך דאש איר מיט מיר זעליט עשין אן מיינים טיש אונ' איר זוליט יין נסך טרינקן אודר בייא גוית שלופין דער הלבין דער ווילט אויך אייניש אויז אונדר דען דרייאין וועליך איר נון וועליט טון אונ' דא אן מיט דיט איר מיר איין גרושי כבוד איין ווען איר איין זא איינש טוט דען ווייש א...  אל הספר
מינרוה