503 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין אלטיר מאן טראנק גערן וויין : רנבס מעשה גישאך אן איינים אלטין מאן דער טרנק גערין וויין אונ' דער זעלביג אלט מאן דער האט פיר זין אלי טאג שפייזיט אין אייניר איין טג . אונ' אלי טג טרנק זיך דער אליט מן פאל וויין איין מול גינג דער אליט מאן אויף דער גס שפצירן דא זאך ער איין בוליר מאן דער ווערגילט זיך אום דען טרערן אונ' טריב גר ויל שטות אויף דער גסין . אונ' דיא יונגין ליפן אים נוך אונ' וואורפן אין מיט שטיינין . וויא נון דער בול מאן ווידר ניכטרין וואר זא גינג דער אליט מאן צו אים אונ' פרוגיט אין ווא ער דען גוטין וויין גיטרונקין העט אים וועלכים ווירטש הויז . דא זגיט עריש אים אין וועלכים ווירטש הויז . דא גינג דער אליט מאן אך דא זעליט הין ווא מאן דען זעלביגן וויין שענגיט אונ' טרנק זיך אך גר פאל אונ' טרונק אין אלש ער פפלעגט צו טרינגן . דא בורכטן זיך זיין קינדר ער ווער אך פיל נבזת אונ' שטות טרייבין זא גנגין זיא אלי פיר מיט אננדיר צו אים אונ' גינגן הין אונ' בורטן אין אין אירם קעליר אונ' שלוסין דען קעליר צו גר הריט דש ער נישט הרוישר קוניט דר נוך גינגן זיא...
אל הספר