רנא. מעשה במלך ובמלכה שהיו שניהם שחורים, והמלכה ילדה בן שהיה לבן לגמרי

501 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מלך אונ' מלכה דיא ווארדן אלי בייד שווארץ אונט רנאס דיא מלכה גיוואן איין זון דער וואר גאר ווייש : מעשה גישאך אן איינים מלך אונ' מלכה דיא ווארין אלין בייד היידין שוואריץ אונ' די מלכה גיוואן איין זון מיט אים דער וואר גר ווייז דא שיקט דער מלך נוך רבי עקיבה אונ' זגיט צו אים ליבר רבי איך בין שוואריץ אונ' מיין ווייב איזט אך שוואריץ אונ' זיא הוט מיר איין קינד גיוואונין דאש זעלביג איזט גר שון איך וואר דיא מלכה ממית זיין דען איך פארכיט מיך זיא הוט מיט איינים אנדירן מזנה גיוועשט דער ווייש איז גיוועזין דא שפראך רבי עקיבה אדוני מלך פר געך דיך ניט אונ' זייא דיין ווייב ניט זא בליד ממית לוש מיך דיך פר איינש פרוגין . ליבר זג מיר וויא זען דיא וועניד בון דיינים הויז אן גשטריכן ווייש אודיר שווארץ . דא זאגיט דער מלך זיא זען ווייש אן גישטריכן . דא שפראך רבי עקיבה דער הלבין איזט דאש קינד ווייש דען דא דוא מיט דיינים ווייב צו טון גיהט הוט זיא איר גדנקין אויף דיא ווייש פסילים גיהט דיא אן דער וואנד איין גמוליט זיין דער הלבין איזט דאש קינד דער נוך גירוטין דען ווארו...  אל הספר
מינרוה