רנ. מעשה באחד שלא למד כל ימיו אלא מסכת חגיגה

499 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא רופיט הקב"ה צו רפאל דעם מלאך גיא הין אונ' הייל מיר דען רבי מתיא בן חרש . דא גינג דער מלאך רפאל צו רבי מתיא אונ' זגיט הקב"ה הוט מיך צו דיר גישיקט איך זול דיך היילין . דא זגט דער רבי מתיא איך דרף קיין רפואה . לוש מיך בלייבין בלינד וואש גישעהן איזט גשעהן . אלזו גינג דער מלאך רפאל ווידר צו הקב"ה אונ' זאגיט צו הקב"ה רבי מתיא וויל ניט גיהייליט . דא זגיט הקב"ה צו דעם מלאך רפאל גיא הין אונ' זאג צו אים איך וועליט אים ערב זיין דש קיין יצר הרע אן אים גיוועלטיגן . דא ליש ער זיך היילין . דא דער לענגיט אים הקב"ה זייני טעג : וויא איינר לערנט אל זיין טאג ניקש מין נויארט דיא רנס מסכתא פון חגיגה : מעשה גישאך אן איינים דער לערניט אל זיין טאג ניקש אנדרשט דען דיא מסכתא פון חגיגה דא נוך דער זעלביג מעניש שטורב דא שטונד איין פרויא אין וויישין קליידיר בור דעם מת וויא נון דיא לייט וואלטן אך דעם מת אום גין זכין זי דיא פרויא אין וויישין קליידיר בור אים שטין דא פרוגיט דיא לייט . ווער זיא ווער אודר וויא זיא היישיט דא זגיט דיא פרויא איך הייש חגיגה אונ' פיט פאר אים אויף יעניר...  אל הספר
מינרוה