491 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מענש וואר אזו גאר אלט : רמהס מעשה גישך אן איינים מעניטשין דער וואר גר אליט אונ' קונט אים קיין אנדירן זכות פינדן נייאריט ער האט באם איל גיברעניט אונ' דאש זעלביג איש איין גרושי מצוה : וויא איינה שרית איז גישטורבן אונ' וויא מאן זיא אין דאש רמוס קיבר וואלט ליגן וואר זיא ווידר לעבינדג : מעשה איזט גישעהן אן אייניר גויה דיא וואר איין שרית דיא וואר גישטורבן אונ' וויא מן זיא וואליט הנבין אין דאש קבר ליגן אישט זיא ווידר לעבנדיג ווארדן אונ' שפראך איך בין אין יעני וועליט גיוועזין דא זען יהודים אים גן עדן גיזעזין אונ' אונדיר אינן הב איך איין פרויא זעהן זיצן דיא זעלביג הון איך גיקעניט דיא איזט אן אייניר הניט בישיסן גיוועזין מיט סלב דא הון איך זיא גיברוגט ליבה פרויא ווארום איז דיין הניט מין בשיסן וועדיר דיא אנדרין דא האט זיא מיר גיזגיט זיא העט אן איינים שבת איין מול איין ליכט איין גירירט דעש הלבין גישיכט מיר זעלכי שמוכהייט אים גן עדן צו איינים אות דער הלבין איר ליבה פרויאין אנטצינד ווען עש נוך טג אישט אונ' נעמיט אויך גוטי צייט גידענגיט אן דער פרויא אים...
אל הספר