רמג. מעשה ברבי עמרם שמת בקלן והפליג למיינץ באניה קטנה

485 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איינר ווער גישטורבן אונ' מן האט אים אויף גיגראבן רמבס אונט ער איז נאך לעבנדיג גיוועשט : גישעהן אן איינם דער וואר גישטורבן נוך דער הנט לאנג דער נוך דא ווארד ער ווידר אויף גיגרבין פאן דען לייטן דיא פעלדיר גרבין אונ' פאנד אין דאש ער נוך לעבין דיג וואר אונ' האט אן אים קיין ווארים ניקש גיטון אן זיינם לייב דא פראגט אין רב נחמן ווייש דש פער איין סיבה ווער דש קיין ווארים ווער אן אים גיוועלטיגט דש אים דיא ווירם ניקש גיטון העטין דא זגט דער מאן ווידר דער הלבין דש ער אל זיין לעבין טאג אויף קיין מענשין קיין קינאה גיהאט אונ' צום אנדרין העט ער אל זיין טאג זיין אורן ניט גינייגט צו הערין דברים בטילם דש מיינט אוניצליכן ריד דער הלבן זול קיינר קיין אוניצליכן ריד רידן זוא מוש ערש גינישן ווען ער שון טוט אישט אונ' ליגט אים קבר סליק סליק סליק דש מעשה פון רב עמרם וויא ער איז גישטורבין צו קעלין אונ' רמגס איז גיקומן קען מענץ צו שווימן אויף איין קליין שיפליין : מעשה אישט גישעהן איין טייל זגין עש זייא צו מעניץ גישען אונ' איין טייל זגן עש זייא צו רעגנשבורג גישעהן בון איין...  אל הספר
מינרוה