479 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רב ספרא גינג איין מאל שפצירן מיט זיינן תלמידם : רמס מעשה רב ספרא גינג איין מאל שפצירן מיט זיינן תלמידם פאר דיא שטאט דא ביגעגענט אים איין פרעמדיר חסיד . דער קאם בון דעם וועג . דא מיינט דער חסיד דער רב ספרא וואר אים אנטגיגן גאנגן אונט וואשט ניט דאש ער און דאש שפצירן וואר גאנגן אונ' שפראך ווידר רבי ספרא ווארום מיאט זיך דער הער אזו זער . דאש ער מיר שופל אישט אנטגיגן גנגן מיך צו אנטפנגן . דוא הוב דער רב ספרא אן מיין מן ניט דש דו מיינן זולשט איך זייא דיינט האלבן הרוישן גאנגן דיך צו אנטפנגן גאר ניט וון איך בין הרוישן גנגן מיט מיינן תלמידם שפצירן צו גין . וויא דש יענר חסיד הורט שעמט ער זיך דש ער זולכש גירעט העט פור רב ספרא תלמידם דען ער העט יוא גימיינט ווער אים לכבוד אנטגיגן גאנגן דא פראגטן דיא תלמידם דען רב ספרא ווארום האבט איר דען חסיד בחרפה גימכט אונ' מבייש גיוועזין דא זאגט רב ספרא ווידר ווארום זולט איך איין שקר גיזאגט הבן דוא זגטן זיין תלמידם איר זולט הבן שטיל גישוויגן דוא זאגט רבי ספרא ווידר העט איך שטיל גישוויגן זוא העט דער חסיד גימיינט עש וואר...
אל הספר