473 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מענש וראגט רבן גמליאל ווא וואנט אייער גוט רלחס אדר ווא איז ער : מעשה גישאך אן איינים מענשין . דער זאגט ווידר רבי גמליאל ווא וואנט הקב"ה אודר ווא אישט ער דא זאגט רבי גמליאל ווידר איך ווייש ניט . דא זאגט דער מן ווידר אישט דאש דען אויער תפילה . אונ' אויער חכמה דש איר אלי טאג מתפלל זייט בור הקב"ה . אונט ווישט ניט ווא הקב"ה אישט . דא זאגט רבי גמליאל ווידר דען מענשין דוא האשט מיך עפיש גיוראגט דאש איז גאר ווייט פאן מיר . וואל וינף הונדרט יאר . דען פון דעם הימל ביז אויף דיא ערד איז וינף הונדרט יאר רייז . איך וויל דיך עפיש פראגן דז אישט געבין בייא דיר טאג אונ' נאכט זאג מיר אן וועלכיש אורט אישט זיא . דא פראגט ער ווייש אישט עש דען . דא זאגט רבי גמליאל איך מיין דיא נשמה דיא דיר הקב"ה געבן האט דיא האשטו בייא דיר טאג אונט נכט זאג דוא מיר ווא צו האשטו זיא אודר אין וועלכיר זייטן אישט זיא . דא זאגט דער מענש ווידר רבן גמליאל איך ווייש ניט . דא פלוכט רבן גמליאל אונ' שפראך פאר פלוכט זיישטו דו לוזר מן מה דוך איך פראג דיך עפיש דאש נוהט בייא דיר אישט אונ' דוא ...
אל הספר