469 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז פון איינר פרומה אלטי פרויא דיא דא אלי מארגנש וריא רלהס פאר טאג אויף שטונד אונ' זאגט תחינות : מעשה גישעהן אן איינר אלטין ורויאן . דיא שטונד אלי מורגן פריא פער טאג אויף אין דיא שול . אונ' זאגט תחינות אונ' טעט תפילה צו השי' אונ' האט זונשט אך פיל גוטי מעשים טובים אן איר דש זיא גאר פרום וואר נון וויא נון דיא פרום פרויא גישטורבן וואר . דא קאם זיא אנדרן פרומן לייט אים חלום פאר . דא פרוגט זיא דיא לייט וויא גיט עש דיר אויף יעניר וועלט . ווייל דז אוף דיזר וועלט זוא פיל גוטש גיטון האשט . דוא זאגט דיא פרום פרויא ווידר . מן שלגט מיך אלי טאג מיט הרטי שלעק . אונ' ניט אליין דאש . זונדר ווא אנדרן פרומן מנין אונ' ווייבר זיצן אוף יעניר וועלט . דא טרייבט מאן מיך פאן אין הינוועק . אונ' וויל מיך ניט בייא דען זעלביגן לאזין בייא דער זעלביגן פרייד . אונ' דאש ווער דיא אור זאך . דיא ווייל זיא אויף דיזר וועלט גלעבט העט . זוא ווער זיא אל מאל אים סדר בון קדושה אויש דער שול גנגין אונ' דא מיט העט זיא זער גיזינדיגט אונ' און רעכט גיטון . דארום מושט זיא אויף יעניר וועלט דרום ליידן ...
אל הספר