רלא. מעשה בשלמה המלך שהיה משחק שח עם היועץ שלו

421 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דיא אנדר פרויא הוב אן ניין דוא הור דוא וועלין שניידי איין איטליכי מיט אירם מעשיר קייניש זולש הבן בעשיר . אויך וועלין מיר גין צו גלייכים טייל דאש אייניש זא פיל הוט אלש דאש אנדר . וויא שלמה המלך דאש הורט דאש דיא איין פרויא וואלט הבין מן זולט דיא קינדר צו שניידין אונ' הט קיין רחמנות איבר דאש לעבנדיג קינט אונ' דיא אנדר פרויא וואלט עש ניט ליידין דאש מן איר קינט זולט צו שניידין אונ' הט רחמנות איבר דאש קינט דא זך דער שלמה המלך וואל דאש דיא רחמנות הט איבר דאש קינט דאש וואר דיא רעכט מוטיר אונ' שפראך ווידר דען תליון גיב דער פרויא דיא ברם הרציקייט הוט דאש לעבנדיג קינט דען זיא הוט רחמנות איבר איר קינט אביר דיא אנדר פרויא דיא ווייל דאש קינט ניט איר אישט זא הוט זיא קיין רחמנות איבר דאש קינט אונ' זיא הוט איר קינט דר דרוקט אונ' יעניר פרויא איר קינט גינומן דער הלבן זול מן דיא זעלביג פרויא אין איין וואשיר ווארפן וויא דיא פרויא דאש אורטיל הורט מכט זיא פליטה דא נאם אידר מאן וואונדר וויא דער קינג שלמה דאש אורטיל הוט גיבונדן מיט איידיל חכמה אונ' פרייטן זיך גר זער : סלי...  אל הספר
מינרוה