רכו. מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע ורבן גמליאל שרצו ללכת לארץ ישראל

377 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי אליעזר אונ' רבי יהושיע אונ' רבן גמליאל וואלטן רכוס אין ארץ ישראל גין יון שלמי ממסכת סנהדרין מעשה גישאך דאש רבי אליעזר אונ' רבי יהושיע אונט רבן גמליאל דיא וואלטין אין איין שטאט גין אין ארץ ישראל דיא דא גיננט ווארט רומי דא וואנדרטן זיא אונ' קאמן פור איין שטאט דאש קלייני קינדר דא שפילטן אונ' מכטין הייפליך עריט בור דער פפורטין אונ' זאגט דש הייפכין זול מעשר זיין דאש הייפכן זול תרומה זיין וויא זיא נון הטין גיזעהן בון דען לייטין אין ארץ ישראל דען מן גיבט אין ארץ ישראל נוך תרומת אונ' מעשרות . וויא נון דיא דרייא רבונים דש הורטין דא הובין זיא צו אננדיר איין אונ' זאגטן דא אינן זען גיוויש יודן מיר וועלין איין גין אונ' וועלין ברוט בייא איינם יודן עשין אלזו גינגן זא אין דיא שטאט אונ' גינגן זיא אין איין יודין הויז אלזו זאגט דער בעל הבית זיא זעלטין דיא הענד וועשין ער וועלט אין עשין געבין וויא דער בעל בית נון דש עשין ברוכט זא דרוג ער עש אליז פאר אין דז חדר דש אין דער שטובין שטונד דא וואלטין דיא רבונים ניקש עשין דען זיא מיינטין ער העט איין ע"ז דאש ער אל מא...  אל הספר
מינרוה